גוטע נײַעס פֿון דעם תנך
איצט אַז איר האָט פֿאַר זיך אַליין געזען ימות המשיח און ווייסט אַלץ וועגן ישוע און דער גאולה, מוז מען אויסקלײַבן. מיר טאָרן ניט איגנאָרירן די גאולה צוליב וואָס ער איז געקומען כּדי דאָס ברענגן צו אונדז. איר זעט עס מאַכט ניט אויס ווי פֿרום מיר זײַנען און וויפֿל מצוות מיר זײַנען מקיים (דערפֿילן) יעדן טאָג, קענען מיר ניט אויספֿאָלגן אונדזער חיובֿ אָפּצוגעבן כּבוד צום רבונו של עולם און אים צו ליב האבען בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך. ווי דוד המלך האָט זיך אויסגעדריקט אין תהילים פֶּרֶק יד', פסוקים ב'-ג':
"ה' מִשָּׁמַיִם הִשְׁקִיף עַל־בְּנֵי־אָדָם לִרְאוֹת הֲיֵשׁ מַשְׂכִּיל דֹּרֵשׁ אֶת־אֱלֹהִֽים: הַכֹּל סָר יַחְדָּו נֶאֱלָחוּ אֵין עֹֽשֵׂה־טוֹב אֵין גַּם־אֶחָֽד:"
פֿון פּערספּעקטיוו פֿון הקדוש ברוך הוא, זײַנען אַלע אונדזערע מצוות חַבל ווײַל עס איז פֿאַרטונקלט פֿון אונדזערע זינד און אונדזערע טומאה וואָס צעשיידט אונדז פֿון אמת, דַבֵקות, און פֿאַרבינדונג מיט אים. ישעיה הנבֿיא זאָגט אַז הקדוש ברוך הוא'ס הסתר פּנים וואָס פֿאַרהאַלט אונדזערע דַבֵקות מיט אים צוליב אונזערע זינד און אַז אונדזערע מעשׂים טובים זײַנען חַבל אין ספר ישעיה הנָביא פֶּרֶק סד', פסוקים ה'-ו':
"וַנְּהִי כַטָּמֵא כֻּלָּנוּ וּכְבֶגֶד עִדִּים כָּל־צִדְקֹתֵינוּ וַנָּבֶל כֶּֽעָלֶה כֻּלָּנוּ וַֽעֲוֹנֵנוּ כָּרוּחַ יִשָּׂאֻֽנוּ: וְאֵין־קוֹרֵא בְשִׁמְךָ מִתְעוֹרֵר לְהַֽחֲזִיק בָּךְ כִּֽי־הִסְתַּרְתָּ פָנֶיךָ מִמֶּנּוּ וַתְּמוּגֵנוּ בְּיַד־עֲוֹנֵֽנוּ:"
ה' באַהאַלט זײַן אמתן פּנים [הסתר פּנים] פֿון אונדז און דאָס שטערט אונדזער דבֵֿקות מיט אים.
אזוי זאָגט ער אויך אין ספר ישעיה פֶּרֶק נט', פָּסוק ב':
כִּי אִם־עֲוֹנֹֽתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּֽינֵכֶם לְבֵין אֱלֹֽקיכֶם וְחַטֹּֽאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמֽוֹעַ:
עס מאַכט ניט אויס וויפֿל מיר שטרעבן זיך צו רייניקן, קענען מיר דאָס ניט טאָן. אָבער דער רבונו של עולם איז רחום וחנון און האָט ניט געוואָלט מיר זאָלן באַהאַלטן אונדזערע זינד פֿון אים אויף אייביק. האָט ער דערפֿאַר געשיקט זײַן זון ישוע דער משיח פֿון ישראל צו ברענגן אונדז די ישועה פֿון אונדזערע זינד און צו ברענגן די אמתע דבקות. זײַן קרבן האָט אונדז געגעבן גאולה ווײַל ער איז געווען אין גאַנצן אָן זינד, און זײַן תְחיית הַמֵתים האָט אונדז געבראַכט אַ נייעם לעבן אין דעם הקדוש ברוך הוא. אַז ישעיה הנביא זאָגט וועגן ישוע המשיח אין פֶּרֶק נג', פָּסוקים ה'-ו' און ט'-י':
וְהוּא מְחֹלָל מִפְּשָׁעֵנוּ מְדֻכָּא מֵֽעֲוֹֽנֹתֵינוּ מוּסַר שְׁלוֹמֵנוּ עָלָיו וּבַֽחֲבֻֽרָתוֹ נִרְפָּא־לָֽנוּ: כֻּלָּנוּ כַּצֹּאן תָּעִינוּ אִישׁ לְדַרְכּוֹ פָּנִינוּ וַֽה' הִפְגִּיעַ בּוֹ אֵת עֲוֹן כֻּלָּֽנוּ:... וַיִּתֵּן אֶת־רְשָׁעִים קִבְרוֹ וְאֶת־עָשִׁיר בְּמֹתָיו עַל לֹֽא־חָמָס עָשָׂה וְלֹא מִרְמָה בְּפִֽיו: וַֽה' חָפֵץ דַּכְּאוֹ הֶֽחֱלִי אִם־תָּשִׂים אָשָׁם נַפְשׁוֹ יִרְאֶה זֶרַע יַֽאֲרִיךְ יָמִים וְחֵפֶץ ה' בְּיָדוֹ יִצְלָֽח: מֵֽעֲמַל נַפְשׁוֹ יִרְאֶה יִשְׂבָּע בְּדַעְתּוֹ יַצְדִּיק צַדִּיק עַבְדִּי לָֽרַבִּים וַֽעֲוֹנֹתָם הוּא יִסְבֹּֽל:
מיר מוזן האָבן דעם מוט צו האָבן בִטחון אין ישוע צו פֿאַרגעבן אונדזערע זינד, אזוי אונדזער משיח, וועלכער הקדוש ברוך הוא האָט אונדז געשיקט צו ברענגן גאולה. פּרובירן אַליין צו באַקומען די גאולה דורך צְדַקָה און מעשים טובים איז בלויז שטאָלצקייט און גאווה כאָטש דאָס איז זיכער גרינגער ווי אָנערקענען אַז אונדזער משיח איז שוין געקומען צו ברענגען די גאולה וואָס האָט אונדז געפֿעלט די גאַנצע צײַט. אבֿרהם אבינו איז רעכטפֿאַרטיק געמאַכט געוואָרן דורך זײַן אמונה (גלויבן) לויט סֶפֶר בראשית פֶּרֶק טו', פָּסוק ו' און לויט חבקוק הנביא פֶּרֶק ב', פָּסוק ד', "וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶֽה." דאָס מיינט אַז אויך אונדז יידאן גלויבן אין אים אז ער איז די איינציקע זאַך ואָס וועט אונדז ברענגן צו אַ רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרבינדונג מיט דעם הקדוש ברוך הוא. ווי איינער פֿון ישועס תלמידים זאָגט וועגן ישוע צו אַ גרופּע פֿון פֿרומע ייִדן אין דעם ברית חדשה: "און עס איז ניטאָ אין קיין שום אַנדערן קיין ישועה, וואָרים עס איז אויך אונטער דעם הימל קיין אַנדערער נאָמען, וואָס איז געגעבן געוואָרן צווישן מענטשן, וואָס אין זאָלן מיר געראַטעוועט ווערן" (די מעשים פֿון די שליחים פֶּרֶק ד', פָּסוק יב'). ישוע האָט געזאָגט אין דעם ברית חדשה אין סֶפֶר יוחַנַן פֶּרֶק ח', פָּסוק יב', "איך בין דאָס ליכט פֿון דער וועלט. דער, וואָס גייט מיר נאָך, וועט קיינמאָל ניט גיין אין דער פֿינצטערניש, נייערט וועט האָבן דאָס ליכט פֿון לעבן." נאָר ישוע האָט די מאַכט צו רייניקן אונדזערע זינד. גלויבט אין און גייט נאָך ישוע, דער משיח פֿון ישראל, וועלכער האָט מקיים געווען וואָס אונדזערע נְבִֿיאִים האָבן פֿאָרויס געזאָגט וועגן מֶלֶך המשיח, און איר וועט געפֿינען צופֿרידנקייט פֿאַר אַן אמתן לעבן פֿון דְבֵקות און פֿאַרבינדונג מיט ה'!
|