קומט לאָמיר לערנען צוזאַמען וועגן די טעג פֿון משיח

לֶבֿ טהור
 
וואָס איז דער וויכטיגסטע פליכט פֿאַר אַ גוטן ייד?
איז דאָס צו באשיצן בשלומות דעם הייליגן שבת קודש?
איז דאָס ממשיך צו זײַן דעם קומענדיקן דור פֿון פֿרומע יידן צו האָבן גרויסע משפחות און זיי ערציען לויט די הלכה פֿון 316 מצוות?
אַז מען זאָל פֿירן אונדזערע נישט גלויבענדיגע ברידער ארויף אויף דעם וועג פֿון פֿרומע יידן?
אָדער מען זאָל לעבן צוזאמען נאָר צווישן יידן אין שלום אין הערמאניע כדי זיך צובאַשיצען פֿון די אויסערליכער וועלט?
 
כאָטש עס זענען דאָ אַ סאַך זאַכן וואָס איז זייער וויכטיג פֿארן רבונו של עולם אַז אונדז זאָלן טאָן פֿאר זײַן וועגן, ער איז זיכער באַזאָרגט פֿאר יעדן איינעם'ס פֿאַרבינדן אין שייכות וואָס מיר האָבן מיט אים, די רחמנות פֿון הקדוש ברוך הוא פֿאר כלל ישראל ווערט גרעסער ווען יעדער איינער פֿון אונדז האָלט מיט אים אַ התקשרות אַ פֿאַרבינדונג דורך תשובה און באַנייט דעם נאנטקייט פֿון זיין נשמה מיט הקדוש ברוך הוא אזווי מיר זאָגן "ורוח נכון חדש בקרבי." דעם פֿאַרבינדונג און נאנטקייט דאָס איז וואָס הקדוש ברוך זאָרגט זיך פֿאַר אונזערע נשמות מער ווי פֿאַר אונדזער לבוש וואָס פֿאר אַ היט אָדער רעקיל מען גייט אנגעטון אנדרוסען, אָדער ווי ווייט מען האלט דעם שבת קודש צו די טראָגסט אויפֿן עירוב צו נישט אין דאָס גלייכען, ווי ווייט האלסטו טהרות המשפחה, אָדער גאָר האָסטו צוויי פֿרידזשערעטערס.
 
אָבער ערגעץ אין אונזערע וועגן זײַנען מיר אַראָפּ פֿון דעם דרך און האָבן אנגעהויבן צו משפטן איינער דעם אנדערן וועגן דעם קאָליר און די מאָדע ווי גרויס דאַרף זײַן די יאַרמלקעס און אויב מיר דעקן צו די שייטלעך אָדער ניט. דאָס איז אָבער נישט אזוי פֿאר הקדוש ברוך הוא, נישט אויף דעם קיקט ער. ווײַל עס איז געשריבן אין ספר שמואל א' פרק ט"ז פסוק ז':
 
וַיֹּאמֶר ה' אֶל־שְׁמוּאֵל אַל־תַּבֵּט אֶל־מַרְאֵהוּ וְאֶל־גְּבֹהַּ קֽוֹמָתוֹ כִּי מְאַסְתִּיהוּ כִּי ׀ לֹא אֲשֶׁר יִרְאֶה הָֽאָדָם כִּי הָֽאָדָם יִרְאֶה לַעֵינַיִם וַה' יִרְאֶה לַלֵּבָֽב:
 
אַלזאָ, וואָס איז די לאַגע פֿון אייער נשמה און אייער האַרץ? קענט איר ערלעך זאָגן אַז איר קומט פֿאר דעם רבונו של עולם מיט אַ גאַנצע אומשולד און אַ לויטערן האַרץ? זיכער נישט . דערפֿאר שטרעבן מיר אַזוי שטאַרק צו לויטערן זיך דורך תפילה, תשובה, פֿאַסטן כּדי צו באַקעמפּן דעם יצר הרע. אָבער די אַלע מחלוקת צווישען יידן און שנאת חינם ברענגט בלויז מער שולד און מער אומצופֿרידנהייט פֿון אונדז אַליין אין אונדזערע לעבענס. מען האקט זיך קאָפ אין וואַנט ווי אַזוי צו צעקומען צו אמתע דביקות הבורא און זײַן נאנט צו הקדוש ברוך הוא און דערווײַל פֿאַלט מען אַדורך מאָל נאָך מאָל. דאָס קען נישט אַזוי זײַן. דער יאָך פֿון דעם תורה וואָס מיר שטעלן אויף זיך אַליין דאַרף זײַן פֿון ליבע און שמחה, נישט מיט שטרעבאנג און שולד און האַרץ קלאפעניש. ה' האָט צוגעזאָגט צו האַנדלען אונדזערע זינד אַליין, כּדי מיר זאָלן נישט מוזן אַזוי שווער קעמפּן און צום סוף באַקומען באבקעס דערפאר. ווי עס איז געשריבן פֿון מיכה דער נביא אין פּרק ז',פּסוקים יח'-יט':
 
מִי־קאל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָוֹן וְעֹבֵר עַל־פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַֽחֲלָתוֹ לֹֽא־הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּֽי־חָפֵץ חֶסֶד הֽוּא: יָשׁוּב יְרַֽחֲמֵנוּ יִכְבּשׁ עֲוֹֽנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל־חַטֹּאתָֽם:
 
ווען ישוע, דער משיח פֿון ישׂראל, איז געווען אין ארץ-ישׂראל, האָט ער געלערנט אַ תורה פֿון סײַ גערעכטיקײַט און ליבּע, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ לויטע האַרץ און אמתע יראת שמים. ער האָט געלערנט אַז די געדאַנקן וועגן יצר הרע זײַנען פּונקט אַזוי פֿול מיט זינד ווי די זינד אַליין, ווײַל בּיידע "אמרי פי והגיון לבי" זײַנען וויכטיק אין די אויגן פֿון ה'. (ווי אַזוי איז דאָס גוטע נײַעס? לייענט ווײַטער). פֿונדעסטוועגן האָט ער אויך געגעבּן האָפֿונג און פֿאַרלײַכטערונג פֿאַר אַלע אונדזערע שטרעבונגן קעגן אונדזער יצר הרע. ישוע, דער פּאַסטעך פֿון ישׂראל, זאָגט אין דעם ברית חדשה, סֶפֶר מתיתיהו פֶּרֶק יא', פָּסוקים כח'-ל': "קומט צו מיר, איר אַלע, וואָס האָרעוועט און זײַנען שווער בּאַלאָדן, און איך וועל אייך געבּן רוּ. נעמט אויף אייך מיין יאָך, און לערנט פֿון מיר. וואָרים איך בּין עַניווֶתדיק און נידעריק אין געמיִט, און איר וועט געפֿינען רוּ פֿאַר אייערע נשמות. וואָרים מיין יאָך איז גרינג, און מיין משׂא איז לײַכט."
 
ווי אַזוי האָט ער געקענט לערנען אַזאַ תורה מיט אַ סך שווערע פֿאָדערונגען און אויך צו זאָגן אַז זײַן תורת-משיח וועט ברענגן רוּ צו אונדזערע נשמות? ווײַל זײַן תורת-משיח איז די זעלבּיקע אײַנע ווי אונדזער נבֿיא ירמיה האָט נביאות אין פֶּרֶק ל"א, פָּסוקים לב'-לג':
 
כִּי זֹאת הַבְּרִית אֲשֶׁר אֶכְרֹת אֶת־בֵּית יִשְׂרָאֵל אַֽחֲרֵי הַיָּמִים הָהֵם נְאֻם־ה' נָתַתִּי אֶת־תּֽוֹרָתִי בְּקִרְבָּם וְעַל־לִבָּם אֶכְתֲּבֶנָּה וְהָיִיתִי לָהֶם לֵֽאלֹקים וְהֵמָּה יִֽהְיוּ־לִי לְעָֽם: וְלֹא יְלַמְּדוּ עוֹד אִישׁ אֶת־רֵעֵהוּ וְאִישׁ אֶת־אָחִיו לֵאמֹר דְּעוּ אֶת־ה' כִּֽי־כוּלָּם יֵֽדְעוּ אוֹתִי לְמִקְטַנָּם וְעַד־גְּדוֹלָם נְאֻם־ה' כִּי אֶסְלַח לַֽעֲוֹנָם וּלְחַטָּאתָם לֹא אֶזְכָּר־עֽוֹד:
צוזאַמען מיט ישוע'ס תורה וואָס איז פֿאַרשריבן אין אונדזערע הערצער און אונדזער זינד מוחל געווען ווען ער האָט געגעבן זײַן אייגן לעבן, קענען מיר האָבן שלום מיט הקדוש ברוך הוא און זיך אפּרוען פֿון אונדזער געראַנגל צו באַקעמפּן דעם יצר הרע.
 
אונדזער צוטרוי אַז ער וועט אונדז מוחל זײַן און רייניקן איז דער איינציקער וועג צום שלום און פֿרײַהײַט פֿון שולד. זינט מיר האָבן באַקומען די מתנה פֿון גאולה, מיר קיינמאָל מער ניט מוזן לעבן אונטער דעם יאָך פֿון פֿאַרפֿעלן אונדזער דערוואַרטונגען פֿאַר שלמות, ווײַל ישוע האָט אונדז צוגעזאָגט שיקן דעם רוח הקדוש צו העלפּן אונדז מקיים זײַן וואָס ה' פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז. און ווען מיר זינדיקן האָבן מיר אַ צוזאָג פֿון דעם ברית חדשה אין דער ערשטער בריוו פֿון יוחנן פֶּרֶק א', פָּסוק ט', "אויב מיר זײַנען זיך מִתווַדה אויף אונדזערע זינד איז ער געטריי און רעכטפֿאַרטיק, און וועט אונדז מוחל זײַן אונדזערע זינד, און אונדז רייניקן פֿון יעדער אומגערעכטיקייט." דאַן קענען מיר האָבן אַ האַרץ און אַ נשמה וואָס איז פּאַסיק צו באַדינען דעם רבונו של עולם אין יעדן וועגן וואָס ער בעט אונדז. לסוף וועלן אונדזערע מצוות און אונדזער לבוש ניט געבן אונדז גענוג זכות צו זײַן ווערדיק צו האָבן גאולה ווײַל מיר קענען ניט אָפּנאַרן ה' מיט בלויז אַ פֿרום אויסזען ווען אונדזערע הערצער זײַנען ניט ווערדיק. נאָר די טהרה און די צדקה וואָס מיר קענען באַקומען דורך ישוע'ס קרבן פֿאַר אונדז וועט אייביק פֿאַרטראָגן, און בלויז זײַן תורה וואָס איז פֿאַרשריבן אין אונדזערע הערצער קען אונדז געהעריק פֿירן דעם דֶרֶך אונדזער לעבן. זײַן דֶרֶך וועט אונדז פֿירן צום עץ חיים! זאָל ער זײַן אייער משיח איצט!