קומט לאָמיר לערנען צוזאַמען וועגן די טעג פֿון משיח

נבוּאות אין תּנ"ך וועגן דעם משיח וואָס זענען

דערפילט אין בּרית חדשה

א. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט געבּוירן ווערן אין בֵּית-לֶחֶם

די נבוּאה אין תּנ"ך:

אוּן דוֹ, בֵּית לֶחֶם אין אֶפרָת, וואָס קליין בּיסטוּ צווישן די טויזנטער פון יהוּדה, פון דיר וועט מיר אַרויסגיין איינער, וואָס וועט זיין אַ געוועלטיקער איבּער ישֹרָאל, אוּן זיין אָפּשטאַם איז פוּן פאַרצייַטן, פוּן אַמאָליקע טעג.

מיכה ה, 1.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא ב, 1-6; לוּקאַס ב, 1-20.

ב. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט געבּוירן ווערן פוּן אַ יוּנגפרוי

די נבוּאה אין תּנ"ך:

דעריבּער וועט גאָט אַליין אייך געבּן אַ צייכן; אָט וועט די יוּנגפרוי טראָגעדיק ווערן, אוּן געבּערן אַ זוּן, אוּן זיי וועלן רוּפן זיין נאָמען עִמָנוּאֵל.

ישעיה ז, 14.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא א, 18-25; לוּקאַס א, 26-38.

ג. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט זיין אַ נָביא ווי מֹשֶה-רַבֵּנוּ

די נבוּאה אין תּנ"ך:

אַ נָביא פוּן צווישן דיר, פוּן דיינע בּרידער, ווי איך בּין, וועט גאָט דיין האַר דיר אויפשטעלן; צוּ אים זאָלט איר זיך צוּהערן.

אַ נָביא וועל איך זיי אויפשטעלן פוּן צווישן זייערע בּרידער, אַזזי ווי דוּ בּיסט, אוּן איך וועל אַרייַנגעבּן מיינע ווערטער אין זיין מויל אַריין, אוּן ער וועט רעדן צוּ זיי אַלץ, וואָס איך וועל אים בּאַפעלן.

אוּן עם וועט זיין, אַז דער מענטש, וואָס וועט זיך ניט צוּהערן צוּ מיינע ווערטער, וואָס ער וועט רעדן אין מיין נאָמען, וועל איך עס פאָדערן פוּן אים.

דברים יח, 15, 18, 19.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע יוֹחנן ז, 14-17, 40-46; די מעשֹים פוּן די שליחים ג, 22-26.

ד. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט אַרייַנגיין זיגרייַך קיין ירוּשָלַיִם

די נבוּאה אין תּנ"ך:

פריי זיך זייער, טאָכטער צִיוֹן, שאַל, טאָכטער ירוּשָלַיִם, זע, דיין מֵלך טוּט קוּמען צוּ דיר, אַ גערעכטער אוּן אַ זיגער איז ער; אַן עָנָו, אוּן רייט אויף אַן אייזל, אויף אַ יוּנגן זוּן פוּן אַן אייזעלין.

זכריה ט, 9.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כא, 1-9; יוֹחנן יב, 12-16.

ה. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט פאַרוואָרפן ווערן פוּן זיין אייגן פאָלק

די נבוּאה אין תּנ"ך:

ווער האָט געגלויבּט אוּנדזער הערוּנג? אוּן אויף וועמען האָט זיך אַנטפּלעקט דער אָרעם פוּן גאָט?

ער איז געווען פאַראַכט, אוּן אויסגעמיטן פוּן מענטשן, אַ מענטש מיט ווייטיקן, אוּן מיט קראַנקשאַפט געוואוינט, אוּן ווי איינער וואַס מע פאַרבּאָרגט דאָס פָּנים פוּן אים; פאַראַכט, אוּן מיר האָבּן אים גערעכנט פאַר גאָרנישט.

ישעיה נג, 1, 3.

דער שטיין, וואָס די בּוימייַנסטער האָבּן פאַרוואָרפן, איז געוואָרן צוּם ווינקלשטיִיִן.

תּהלים קיח, 22.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע יוֹחנן א, 11, 12; יב, 37-43; מתּיא כו, 3, 4; די מעשֹים פוּן די שליחים ד, 1-12.

ו. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט פאַרראָטן ווערן

דוּרך איינעם פוּן זיינע תַּלמידים

די נבוּאה אין תּנ"ך:

אַפילו מיין גוּטער פרייַנט, וואָס איך האָבּ מיך פאַרזיכערט אויף אים, דער וואָס האָט געגעסן מיין בּרויט, האָט אויפגעהויבּן אַ פוּס אויף מיר.

תּהלים מא, 10.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כו, 14-16, 47-50; מאַרקוּס יד, 17-21; לוּקאַס כב, 19-23; יוֹחנן יג, 18, 19.

ז. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט געמִשפּט אוּן פאַראוּרטיילט ווערן

די נבוּאה אין תּנ"ך:

פוּן געפענקעניש אוּן פוּן מִשפּט איז ער אַוועקגענוּמען געוואָרן, אוּן מיט זיין דוֹר ווער וועט אייַנטענהן? וואָרים ער איז פאַרשניטן געוואָרן פוּן לאַנד פוּן די לעבּעדיקע, פאַר דער זינד פוּן מיין פאָלק, וואָס זיי איז געקוּמען די פּלאָג.

ישעיה נג, 8.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 1, 2; לוּקאַס כג, 1-25.

ח. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט שווייַגן פאַר זיינע בּאַשוּלדיקער

די נבוּאה אין תּנ"ך:

ער איז געדריקט געוואָרן, אוּן ער איז געפּייַניקט געוואָרן, אָבּער ער האָט זיין מויל ניט אויפגעעפנט, ווי אַ לאַם וואָס ווערט געפירט צוּ דער שחִיטה, אוּן ווי אַ שאָף איז שטוּם פאַר אירע שערער, אַזוי האָט ער ניט געעפנט זיין מויל.

ישעיה נג, 7.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 12- 14; מאַרקוּס טז, 3, 4; לוּקאַס כג, 8-10.

ט. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט געשלאָגן אוּן

בּאַשפּיגן ווערן פוּן זיינע שֹוֹנאים

די נבוּאה אין תּנ"ך:

מיט אַ רוּט וועלן זיי שלאַגן דעם שוֹפט פוּן יִשֹרָאל אויף דער בּאַק.

מיכה ד, 14.

מיין רוּקן האָבּ איך געגעבּן צוּ די שלעגער, אוּן מיינע בּאַקן צוּ די, וואָס רייַסן אויס די האָר; איך האָבּ ניט פאַרבּאָרגן מיין פָּנים פוּן שאַנד אין שפּייַעכץ.

ישעיה נ, 6.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כו, 67; כז, 30; מאַרקוּס יד, 65; מאַרקוּס טו, 19; לוּקאַס כב, 63, 64; יוֹחנן יט, 1-3.

י. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט פאַרשפּאָט אוּן פאַראַכט ווערן

די נבוּאה אין תּנ"ך:

אַלע, וואַס זעען מיך, לאַכן פוּן מיר, זיי פאַרציען מיט דער ליפּ, זיי שאָקלען דעם קאָפּ, אוּן זאָגן: ער האָט זיך פאַרלאָזט אויף גאָט, אַז ער וועט אים לאָזן אַנטרינען, זאָל ער אים מַציל זיין, אויבּ ער טוּט אים בּאַגערן.

תּהלים כב, 8, 9.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 39-43; לוּקאַס כג, 11, 35.

יא. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט שטאַרבּן דוּרך קרייציקוּנג

די נבוּאה אין תּנ"ך:

ווי וואַסער בּין איך געוואָרן אויסגעגאָסן, אוּן סע האָבּן זיך פוּנאַנדער-געלאָזט אַלע מיינע בּיינער, מיין האַרץ איז געוואָרן ווי וואַקס, צעגאַנגען אין מיינע אינגעוויִיִדן. וואָרים הינט האָבּן מיך אַרוּמגערינגלט, אַ בּאַנדע שלעכטסטוּער האָט מיך אַרוּמגעצאַמט; זיי האָבּן דוּרכגעבּויערט מיינע הענט אוּן מיינע פיס. איך קאָן איבּערציילן אַלע מיינע בּיינער; זיי גלאָצן, זיי קוּקן אויף מיר.

תּהלים כב, 15, 19, 18.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 31; מאַרקוּס טו, 20, 25; יוֹחנן יט, 15-18.

יב. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט ליידן מיט פאַרבּרעכעער

אוּן תּפילה טאָן פאַר זיינע שֹוֹנאים

די נבוּאה אין תּנ"ך:

אוּן מיט פאַרבּרעכער איז ער געציילט געוואָרן, אוּן די זינד פוּן פיל האָט ער געטראָגן, אוּן האָט תּפילה געטאָן פאַר די פאַרבּרעכער.

ישעיה נג, 12.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 38; מאַרקוּס טו, 27, 28; לוּקאַס כג, 32-34.

יג. דעם מָשִיחַ האָט מען געזאָלט געבּן עסיק מיט גאַל

די נבוּאה אין תּנ"ך:

זיי האָבּן אַרייַנגעטאָן גאַל אין מיין שפייַז, אוּן פאַר מיין דאָרשט האָבּן זיי מיר געגעבּן עסיק צוּ טרינקען.

תּהלים סט, 22.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 34; יוֹחנן יט, 28-30.

יד. מען האָט געזאָלט וואַרפן גוֹרל אויף דעם מָשִיחַס בּגָדים

די נבוּאה אין תּנ"ך:

זיי צעטיילן מיינע בּגָדים צווישן זיך, אוּן אויף מיין מַלבּוש וואַרפן זיי גוֹרל.

תּהלים כב, 19.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מתּיא כז, 35; מאַרקוּס טו, 24; יוֹחנן יט, 23, 24.

טו. דעם מָשִיחַס בּיינער האָבּן ניט געזאָלט ווערן צעבּראָכן

די נבוּאה אין תּנ"ך:

זיי זאָלן ניט איבּערלאָזן דערפוּן בּיז אין דער פרי, אוּן קיין בּיין ניט צעבּרעכן אין אים.

בּמדבּר ט, 12.

אוּן אַ בּיין זאָלט איר ניט צעבּרעכן אין אים.

שמוֹת יב, 46.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע יוֹחנן יט, 31-36.

טז. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט שטאַרבּן ווי אַ קָרבּן פאַר זינד

די נבוּאה אין תּנ"ך:

ער איז דוּרכגעבּויערט געוואָרן פוּנוועגן אוּנדזערע זינד, ער איז צעשטויסן געוואָרן פוּנוועגן אוּנדזערע אוּמגערעכטיקייטן, די שטראָף פוּן אוּנדזער פרידן איז געווען איוף אים, אוּן דוּרך זיינע בּייַלן זענען מיר געהיילט געוואָרן. מיר אַלע האָבּן געבּלאָנדזשעט ווי שאָף, איטלעכער האָט זיך געקערט צוּ זיין אייגענעס וועג; אוּן גאָט האָט געלאָזט טרעפן אויף אים אוּנדזער אַלעמענס זינד ... פאַר דעם פאַרבּרעך פוּן מיין פאָלק, וואָס האָט די שטראָף פאַרדינט ... אויבּ דוּ וועסט מאַכן זיין נֶפש אַ קָרבּן פאַר זינד, וועט ער זען זיין זאָמען, אוּן מאַריך-יָמים זיין, אוּן דער רָצון פוּן גאָט וועט בּאַגליקן אין זיין האַנט ... ער וועט טראָגן זייערע אוּמגערעכטיקייטן ... אוּן ער האָט געטראָגן די זינד פוּן אַ סַך.

ישעיה נג, 5, 6, 8, 10, 11, 12.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע יוֹחנן א, 29; יא, 49-52; די מעשֹים פוּן די שליחים י, 43; יג, 38, 39; קאָרינטער א' טו, 3; עפעזער א, 7; פּעטרוּס א' ב, 24, 25; יוֹחנן א' א, 7, 9.

יז. דער מָשִיחַ האָט געזאָלט אויפשטיין תּחִיַת-הַמֵתים

די נבוּאה אין תּנ"ך:

וואָרים דוּ וועסט ניט איבּערלאָזן מייו נֶפש אין שאוֹל, וועסט ניט לאָזן, דיין פרוּמער זאל זען דעם גרוּבּ.

תּהלים טז, 10.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע די מעשֹים פוּן די שליחים ב, 22-32; מתּיא כח, 1-10; מאַרקוּס טז, 1-8; לוּקאַס כד, 1-9; 44-48;

יוֹחנן כ, 1-31; קאָרינטער א' טו, 4-8.

יח. דער מָשִיחַ איז איצט בּיי גאָטס רעכטער האַנט

די נבוּאה אין תּנ"ך:

גאַט האָט געזאָנט צוּ מיין האַר: זיץ בּיי מיין רעכטער האַנט, בּיז איך וועל מאַכן דיינע פייַנט פאַר דעם פוּסבּענקל פוּן דיינע פיס.

תּהלים קי, 1.

די דערפילוּנג אין בּרית חדשה:

זע מאַרקוּס טז, 19; לוּקאַס כד, 50, 51; די מעשֹים פוּן די שליחים ב, 33-36; דער בּריוו צוּ די ייִדן י, 12, 13.

בּאַמערקוּנג: די אויבּן אָנגעפירטע בּאַמערקוּנגן שטעלן מיט זיך פאָר בּלויז אַ קליינעם טייל פוּן די פילע נבוּאות אין תּנַ"ך וואָס גייען אַרויף אויף דעם מָשִיחַ, אוּן וואָס זענען דערפילט געוואָרן אין בּרית חַדָשה.

 

נבוּאות אין תּנ"ך וועגן דעם משיח

וואָס דאַרפן ערשט דערפילט ווערן

א. דער מָשִיחַ דאַרף קוּמען אויף די וואָלקן פוּן הימל

די נבוּאה אין תּנ"ך:

איך האָבּ געזען אין די זעאוּנגען פוּן דער נאַכט, ערשט אויף וואָלקנס פוּן הימל איז געקוּמען איינער, ענלעך צוּ דעם בֶּן-אָדָם, אוּן ער איז צוּגע-גאַנגען צוּ דעם עַתּיק יוֹמין, אוּן מע האָט אים געבּראַכט פאַר אים. אוּן אים איז געגעבּן געוואָרן געוועלטיקייט, אוּן כָּבוד, אוּן אַ מלוּכה, אַז אַלע פעלקער, אוּמות, אוּן לשוֹנות, זאָלן דינען צוּ אים; זיין געוועלטיקייט איז אַן אייבּיקע געוועלטיקייט, וואָס פאַרגייט ניט, אוּן זיין מלוּכה וועט ניט צעשטערט ווערן.

דניאל ז, 13, 14.

דער פאַרגלייך אין בּרית חדשה:

מתּיא כד, 30; כה, 31; כז, 64; מאַרקוּס יד, 61, 62; די מעשֹים פוּן די שליחים א, 9-11; די הִתגַלות פוּן יוֹחנן א, 7.

ב. דער מָשִיחַ דאַרף זיצן אויפן טראָן פוּן דָוִד-הַמֶלֶך

די נבוּאה אין תּנ"ך:

וואָרים אַ קינד איז אוּנדז געבּוירן געוואָרן, אַ זוּן אוּנדז געגעבּן געוואָרן, אוּן די הערשאַפט וועט זיין אויף זיין אַקסל, אוּן מע וועט רופן זיין נאָמען: וואוּנדערלעך, בּעל יוֹעץ, שטאַרקער גאָט, אייבּיקער פאָטער, שַֹר שָלוֹם. צוּ מערן די הערשאַפט אוּן צוּם שָלום וועט ניט זיין קיין סוֹף, אויף דעם טראָן פוּן דָוִד, אוּן אויף זיין מלוּכה, זי צוּ בּאַפעסטיקן אוּן אוּנטערצוּלענען מיט רעכט אוּן גערעכטיקייט פוּן איצט אָן אוּן בּיז אייבּיק. די קִנאה פוּן גאָט פוּן צבָאוֹת וועט דאָס טאָן.

ישעיה ט, 5, 6.

דער פאַרגלייך אין בּרית חדשה:

זע לוּקאַס א, 32, 33.

ג. דער מָשִיחַ דאַרף געוועלטיקן איבּער דער גאַנצער ערד

די נבוּאה אין תּנ"ך:

ער וועט געוועלטיקן פוּן יַם בּיז יַם פוּן דעם שטראָם בּיז צוּ די עקן פוּן דער ערד. אוּן צוּ אים זאָלן זיך בּוּקן אַלע מלָכים, אַלע פעלקער זאָלן אים דינען.

תּהלים עב, 8, 11.

דער פאַרגלייך אין בּרית חדשה:

פיליפּער ב, 9-11; דער בּריוו צוּ די ייִדן א, 8; הִתגַלות פוּן יוֹחנן יא, 15; יט, 11-16.

 

די התגלות פוּן יוֹחנן כב, 18-21

ער זאָגן: קוּם. אוּן דער, וואָס איז דאָרשטיק, לאָז ער קוּמען; דער, וואָס וויל, לאָז ער נעמען פריי דאָס וואַסער פוּן לעבּן.

18איך זאָג עֵדות יעדן איינעם, וואָס טוּט הערן די רייד פוּן דער נבוּאה פוּן דעם דאָזיקן סֵפר: אויבּ עמיצער וועט מערן צוּ זיי, דעם וועט גאָט מערן די מַכּות, וואָס זענען פאַרשריבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר; 19אוּן אויבּ עמיצער וועט מינערן פוּן די רייד פוּן דעם סֵפר פוּן דער דאָזיקער נבוּאה, דעם וועט גאָט מינערן זיין חֵלֶק פוּן דעם עֵץ-הַחַיִים אוּן פוּן דער הייליקער שטאָט, וואָס זענען פאַרשריבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר.

20דער, וואָס טוּט עֵדות זאָגן אויף די דאָזיקע זאַכן, זאָגט: יאָ, איך קוּם בּאַלד. אָמֵן, קוּם, האַר יֵשוּעַ!

21 דער חֶסֶד פוּן דעם האַר יֵשוּעַ זאָל זיין מיט אייך אַלע. אָמֵן.

 

אַ תּפילה

גאָט פוּן אַברָהם, יצחק, אוּן יַעקֹב, ווייַז מיר דעם אֶמֶת בעֵת איך לייען דאָס דאָזיקע סֵפר; אוּן דעם ליכט, וואָס דוּ טוּסט פאַר מיר אַנטפּלעקן. אָמֵן.

 

מיר ראָטן אייך

א. צוּ לייענען איינס אָדער מערערע קאַפּיטלעך פוּן דעם דאָזיקן סֵפר יעדן טאָג.

ב. מִתפַּלֵל צוּ זיין, אַז גאָט זאָל אייך ווייַזן דעם אֶמֶת בּעֵת איר לייענט דאָס סֵפר.

ג. נאָכצוּקוּקן די פּסוּקים, וואָס פאַררוּפן זיך אויפן תּנַ"ך.

ד. צוּ טראָגן דאָס סֵפר מיט זיך ווען נאָר מעגלעך.

 

ווען האָט דער משיח געזאָלט קוּמען?

לויט דנִיאל הַנָביא האָט דער מָשִיחַ געזאָלט קוּמען פאַרן חוּרבּן בֵּית שֵני. אָט איז די נבוּאה:

די נבוּאה פוּן דניאל:

יִכָּרֵת מָשִיחַ וְאֵין לוֹ, וְהָעִיר וְהַקֹּדֶש יַשְחִית עַם נָגִיד הַבָּא - מָשִיחַ וועט פאַרשניטן ווערן, אָבּער ניט פאַר זיך, אוּן דאָס פאָלק פוּן אַ פירשט וואָס וועט קוּמען וועט צעשטערן די שטאָט אוּן דאָס בֵּית-הַמִקדש.

דנִיאל ט, 26.

דער מָשִיחַ איז געקוּמען, אוּן "פאַרשניטן געוואָרן," פּוּנקט ווי עם איז פאָראויסגעזאָגט געוואָרן. בּאַלד דערנאָך זענען חָרוב געוואָרן "די שטאָט" ירוּשָלַיִם, אוּן דאָס "בֵּית-הַמִקדש" דוּרך דעם "פאלק פוּן אַ פירשט," טיטוּס אוּן זיינע רוימישע חַיָלות, פּוּנקט ווי דנִיאל הַנָביא האָט נבוּאות געזאָנט.

 

 

דאָס עדות פוּן די נביאים

אויף אים זאָגן עֵדות אַלע נבִיאים, אַז דוּרך זיין נאָמען וועט יעדער איינער, וואָס גלויבּט אין אים, קריגן פאַרגעבּוּנג אויף די זינד.

די מַעשֹים פוּן די שליחים י, 43.

 

א. ווי אַזוי צוּ האָבּן די פאַרגעבּוּנג פוּן זינד:

לוּקאַס כד, 44-48; די מַעשֹים פוּן די שליחים יג, 26-39; דער בּריוו צוּ די רוימער ג, 20-26; דער בּריוו צוּ די קאָלאָסער א, 14; דער בּריוו צוּ די ייִדן ט, 12-22; יוֹחָנָן א' א, 7-10.

ב. ווי אַזוי צוּ האָבּן אייבּיק לעבּן:

יוֹחָנָן ג, 14-17; יוֹחָנָן ה, 24; יוֹחָנָן י, 27, 28; יוֹחָנָן יז, 3; דער בּריוו צוּ די רוימער ו, 23; יוֹחָנָן א' ה, 9-13.

ג. ווי אַזוי צוּ האָבּן שָלום אוּן פרייד:

יוֹחָנָן יד, 27; יוֹחָנָן טו, 9-11; יוֹחָנָן טז, 27, 33; דער בּריוו צוּ די רוימער ה, 1, 2; יד, 17; טו, 13; דער בּריוו צוּ די פיליפּער ד, 4-9.