דער נביא ווי משה
דער נביא
ה' האָט געזאָגט צו משה'ן: "איך וועל זיי אויפֿשטעלן אַ נביא פֿון זייערע ברידער, ווי דו, און איך וועל אריינלעגן מיינע ווערטער אין זײַן מויל. ער זאָל צי זיי אַלעס רעדן וואָס איך וועל אים באַפֿעלן. און סע וועט זײַן, דער מענטש וואָס וועט ניט צוהערן צו מײַנע ווערטער וואָס ער וועט רעדן אין מײַן נאָמען, וועל איך אויפֿמאָנען פֿון אים."
[
נָבִיא אָקִים לָהֶם מִקֶּרֶב אֲחֵיהֶם כָּמוֹךָ וְנָֽתַתִּי דְבָרַי בְּפִיו וְדִבֶּר אֲלֵיהֶם אֵת כָּל־אֲשֶׁר אֲצַוֶּֽנּוּ: וְהָיָה הָאִישׁ אֲשֶׁר לֹֽא־יִשְׁמַע אֶל־דְּבָרַי אֲשֶׁר יְדַבֵּר בִּשְׁמִי אָֽנֹכִי אֶדְרשׁ מֵֽעִמּֽוֹ:]
(דברים יח', יח'-יט'.)
"און בעת די מענטשן האָבן געזען דעם נס, וואָס ישוע האָט געטאָן, האָבן זיי געזאָגט: 'דאָס איז באמת דער נביא, וואָס דאַרף קומען אויף דער וועלט.'"
(בשורת יוחנן ו', יד').
משה און משיח זײַנען ביידע געבוירענע פֿון דעם פֿאָלק ישראל
"אַ נביא פֿון צווישן דיר, פֿון דײַנע ברידער, אַזאַ ווי איך, וועט דיר אויפֿשטעלן ה' דײַן ג-ט. צו אים זאָלט איר זיך צוהערן."
[
נָבִיא מִקִּרְבְּךָ מֵֽאַחֶיךָ כָּמֹנִי יָקִים לְךָ ה' אלהיך אֵלָיו תִּשְׁמָעֽוּן:]
(
דברים יח', טו')
"...וואָס זײַנען בני ישראל... וואָס צו זיי געהערן די אבות, און פֿון וועמען סע שטאַמט משיח, לויט דעם פֿלייש..."
(דער בריוו צו די רוימער ט', ד'-ה')
"דאָס איז דאָס ספר פֿון דעם יִחוס פֿון ישוע המשיח, דעם זון פֿון דודן, דעם זון פֿון אברהמען."
(בשורת מתיא א', א').
"איך, ישוע,... בין דער שוֹרש און דער שטאַם פֿון דודן..."
(די התגלות פֿון יוחנן כב', טז')
משה און משיח זײַנען ביידע געטריי און עניווּתדיק אין זײַער כאַראַקטער
"[ה'] האָט געזאָגט... מײַן קענעכט משה איז באַגלויבט אין מײַן גאַנצן הויז."
[עַבְדִּי מֹשֶׁה בְּכָל־בֵּיתִי נֶֽאֱמָן הֽוּא:]
(
במדבר יב', ו'-ז')
"[ישוע] איז געווען געטריי דעם, וואָס האָט אים באַשטימט, פּונקט ווי אויך משה איז געווען אין זײַן גאַנצן הויז."
(דער בריוו צו די יידן ג', ב').
"און משה איז געווען געטריי אין זײַן גאַנצן הויז ווי אַ קענעכט, אַן עֵדות פֿון יענע זאַכן, וואָס האָבן געדאַרפֿט שפּעטער גערעדט ווערן, משיח אָבער, ווי אַ זון איבער זײַן הויז. און מיר זײַנען זײַן הויז, אויב מיר האַלטן פֿעסט דעם בטָחון, און דאָס רינען זיך פֿון אונדזערע האָפֿענונג ביז דעם סוף."
(דער בריוו צו די יידן ג', ה'-ו')
"און דער מענטש משה איז געווען זייער אַן ענו, מער פֿון אַלע מענטשן וואָס אויפֿן געזיכט פֿון דער ערד."
[
וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָו [עָנָיו] מְאֹד מִכֹּל הָֽאָדָם אֲשֶׁר עַל־פְּנֵי הָֽאֲדָמָֽה:]
(
במדבר יב', ג')
ישוע האָט געזאָגט, "איך בין עַניווֶדיק און נידעריק אין געמיִט."
(בשורת מתיא יא', כט')
משה און משיח זײַנען ביידע פֿאַרמיטלער און מתפללים פֿאַר אַנדערע
איך [משה] בין געשטאַנען צווישן ה' און צווישן אײַך אין יענער שעה, אײַך איבערצוגעבן דאָס וואָרט פֿון ה'."
[אָֽנֹכִי עֹמֵד בֵּין ה' וּבֵֽינֵיכֶם בָּעֵת הַהִוא לְהַגִּיד לָכֶם אֶת־דְּבַר ה'...]
(דברים ה',ה')
"וואָרים פֿאַראַן איז איין ג-ט, און איין מֵליץ צווישן ג-ט און מענטשן, דער מענטש ישוע המשיח."
(דער ערשטער בריוו צו טימאָטעאוסן ב', ה')
"זאָגט צו אים ישוע: 'איך בין דער וועג און דער אמת און דאָס לעבן. קיינער קומט ניט צו דעם פֿאָטער, סיידן דורך מיר.'"
(בשורת יוחנן יד', ו')
"האָט משה זיך אומגעקערט צו ה' און האָט געזאָגט: 'איך בעט דיך, דאָסדאָזיקע פֿאָלק האָט געזינדיקט אַ גרויסע זינד... איז, אַצונד, אויב דו וועסט פֿאַרגעבן זייער זינד- און אויב ניט, מעק מיך אויס, איך בעט דיך, פֿון דײַן בוך וואָס דו האָסט געשריבן.'"
[
וַיָּשָׁב מֹשֶׁה אֶל־ה' וַיֹּאמַר אָנָּא חָטָא הָעָם הַזֶּה חֲטָאָה גְדֹלָה וַיַּֽעֲשׂוּ לָהֶם אֱלֹהֵי זָהָֽב: וְעַתָּה אִם־תִּשָּׂא חַטָּאתָם וְאִם־אַיִן מְחֵנִי נָא מִֽסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָֽבְתָּ:]
(שמות לא', לא'-לב')
"און אַז זיי זײַנען געקומען צו דעם פּלאַץ, וואָס איז גערופֿן געוואָרן גָלגָלתָּא, האָבן זיי אים דאָרט געקרייציקט... און ישוע האָט געזאָגט: 'טאַטע, זיי זיי מוֹחל, וואָרים זיי וויסן ניט וואָס זיי טאָן.'"
(בשורת לוקאַס כג', לג'-לד')
"בעת דעם חטא פֿון פֿיל האָט ער געטראָגן, און פֿלעגט פֿאַר פֿאַרברעכער זיך אײַנשטעלן."
[...
וְהוּא חֵטְא־רַבִּים נָשָׂא וְלַפֹּֽשְׁעִים יַפְגִּֽיעַ:]
(ישעיה נג', יב')
"משיח האָט אונדז אויסגעלייזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, בעת ער איז געווען אַ קללה פֿאַר אונדז. וואָרים סע שטייט געשריבן: פֿאַרשאָלטן איז יעדער איינער, וואָס הענגט אויף אַ בוים."
(דער ברייוו צו די גאַלאַטער ג', יג')
משה און משיח זײַנען ביידע אויטאָריטאַטיוו אין זייערע רייד
ה' האָט געזאָגט צו משה'ן: "איך וועל זיי אויפֿשטעלן אַ נביא פֿון זייערע ברידער, ווי דו, און איך וועל אריינלעגן מיינע ווערטער אין זײַן מויל. ער זאָל צי זיי אַלעס רעדן וואָס איך וועל אים באַפֿעלן."
[
נָבִיא אָקִים לָהֶם מִקֶּרֶב אֲחֵיהֶם כָּמוֹךָ וְנָֽתַתִּי דְבָרַי בְּפִיו וְדִבֶּר אֲלֵיהֶם אֵת כָּל־אֲשֶׁר אֲצַוֶּֽנּוּ:]
(
דברים יח', יח')
ישוע האָט געזאָגט, "וואָרים איך האָב גערעדט ניט פֿון מיר אַליין, נייערט דער טאַטע, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט מיר געגעבן אַ געבאָט, וואָס איך זאָל זאָגן, און וואָס איך זאָל רעדן. און איך ווייס, אַז זײַן געבאָט איז אייביק לעבן. דעריבער, די רייד, וואָס איך רעד, רעד איך אַזויווי דער טאַטע האָט מיר געבאָטן."
(בשורת יוחנן יב', מט'-נ')
"און סע וועט זײַן, דער מענטש וואָס וועט ניט צוהערן צו מײַנע ווערטער וואָס ער וועט רעדן אין מײַן נאָמען, וועל איך אויפֿמאָנען פֿון אים."
[
וְהָיָה הָאִישׁ אֲשֶׁר לֹֽא־יִשְׁמַע אֶל־דְּבָרַי אֲשֶׁר יְדַבֵּר בִּשְׁמִי אָֽנֹכִי אֶדְרשׁ מֵֽעִמּֽוֹ:] (
דברים יח', יט')
"און אויב עמיצער הערט מײַנע רייד, און היט זיי ניט, מִשפּט איך אים ניט. וואָרים איך בין געקומען ניט צו משפּטן די וועלט, נייערט מַציל צו איין די וועלט. דער, וואָס פֿאַרוואַרפֿט מיך און איז ניט מקַבּל מײַנע רייד, האָט איינעם, וואָס טוט אים מִשפּטן. דאָס וואָרט, וואָס איך האָב גערעדט, דאָס דאָזיקע וועט אים מִשפּטן אין דעם לעצטן טאָג."
(בשורת יוחנן יב', מז'-מח')
"דער וואָס גלויבט אין דעם זון וועט ניט זען קיין לעבן, נייערט דער צאָרן פֿון ג-ט טוט רוען אויף אים."
(בשורת יוחנן ג', לג')
ישוע המשיח זאָגט:
"מיינט ניט, אַז איך וועל אייך פֿאַרקלאָגן פֿאַר דעם טאַטע. פֿאַראַן איז איינער, וואָס טוט אייך פֿאַרקלאָגן, משה, אויף וועמען איר פֿאַרלאָזט אייך. וואָרים וואָלט איר געגלויבט משהן, וואָלט איר אויך מיר געגלויבט, מַחמת ער האָט געשריבן פֿונוועגן מיר. אויב אָבער איר גלויבט ניט זײַנע כתובים, וויאַזוי וועט איר גלויבן מײַנע רייד?"
(בשורת יוחנן ה', מה'-מז')
"דער וואָס הערט מײַן וואָרט און גלויבט דעם וואָס האָט מיך געשיקט האָט אייביק לעבן, און קומט ניט צום מִשפּט, נייערט איז אַריבערגעגאַנגען פֿון דעם טויט אין לעבן אַריין."
(בשורת יוחנן ה', כד')
"דערפֿאַר האָב איך צו אייך געזאָגט, אַז איר וועט שטאַרבן אין אייערע זינד. וואָרים סיידן איר וועט גלויבן, אַז איך בין עס, וועט איר שטאַרבן אין אייערע זינד."
(בשורת יוחנן ח', כד')
דער סוף:
"דאָס איז באמת דער נביא וואָס דאַרף קומען אויף דער וועלט."
(בשורת יוחנן ו', יד')
|