די אמתע כוונה פון תחנון
טייערע ברידער, מיר זײַנען נישט ריין מער פֿון 0002 יאָר זינט דעם חרבן פֿון דעם בית המקדש. אין דעם בית המקדש זענען געווען קרבנות און די פּרה אדומה וואָס האָבן מכפר געווען אויף זינד און אונדז גערייניגט די נשמה. אָבער היינט האָבן מיר נישט קיין אויסוועג ווי אַזוי זיך צי רייניגען די נשמה פֿאַר אונדזער פֿאטער אין הימל.
לאָמיר וועלן פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס זאָל דער אויבישטער אונדז געבן משפּטים פֿון טהרה און דאַן אונדז פֿאַרלאָזן שוין מער פֿון 0002 יאָר?
ווען אָן קרבנות פֿאַרבלייבן אונדזערע זינד אָן (מחילה) פֿאַרגעבן אונדזער נשמה אומריין פֿאַר דעם פֿאטער אין הימל. כאָטש עס זײַנען פֿאַראַן צווישן אונדז אייניקע וועלכע זאָגן זיך אָפּ פֿון דעם, אָבער דעם אמת קענען נישט לייקענען ווי עס ווערט געשריבן אין די הייליגע תורה פרשת אחרי מות אין ויקרא פּרק יז', פּסוק יא':
כִּי־נֶפֶשׁ הַבָּשָׂר בַּדָּם הִוא וַֽאֲנִי נְתַתִּיו לָכֶם עַל־הַמִּזְבֵּחַ לְכַפֵּר עַל־נַפְשֹֽׁתֵיכֶם כִּֽי־הַדָּם הוּא בַּנֶּפֶשׁ יְכַפֵּֽר:
יאָ, מיר זאָגן ביים דאַווענען ותשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה, מיינט איר אַז דאָס איז גענוג צו רייניקן אונדזערע אומריינע נשמות און אונדזערע זינד? דעם אמת ווייסן אַלע, אַז אוודע אַז דאָס איז נישט גענוג. אַזווי מיר זעמען אַז מען זאָגט ביים דאַווענען ביי אַ פֿאַסט טאָג (תענית) ביי מנחה!
"ועכשיו ישבתי בתענית ונתמעט חלבי ודמי. יהי רצון מלפניך שיהא מעוט חלבי ודמי שנתמעט היום, כאלו הקרבתיו לפניך על גב המזבח."
דער נוסח זאָגט מען ביים דאַווענען ווײַל מיר ווייסן אַז דאָס בלוט פֿון אַ קרבן איז נייטיק פֿאר אונדזער מחילה און סליחה. אָבער דאָס אַליין איז אויך נישט אַזוי גלאָטיק צו זאָגן אויף זיך אַליין אַז אונדזער בלוט קען פֿאַרגעבן אויף אונדזערע זינד אַזוויי אַ קרבן פֿון בית המקדש. אַ קרבן אין בית המקדש האָט געדאַרפֿט זײַן גאַנץ אַן אפעלער (שלם). זײַנען מיר (שלם) גאַנץ אנאפעלער צו זאָגן אונדזער בלוט איז ווי אַ קרבן?
דאָס איז פֿאַקטיש גאווה אויף די העכסטע מדרגה אַזוי צו טראַכטן מיר מיט אונדזער טומאה קענען דורך פֿאַרמינערן אונדזער אייגן בלוט ברענגען מחילה וסליחה פֿאַר זיך אַליין! אין דער נאָך זאָגט מען נאָך:
"שֶׁאֵין אָֽנוּ עַזֵּי פָנִים וּקְשֵׁי עֹֽרֶף, לוֹמַר... צַדִּיקִים אֲנַֽחְנוּ וְלֹא חָטָֽאנוּ, אֲבָל אֲנַֽחְנוּ וַאֲבוֹתֵֽינוּ חָטָֽאנוּ."
מיר זײַנען דערטרינקען אין אונדזערע זינד שוין 0002 יאָר און באמת קענען מיר גאָרנישט פֿאַר זיך אַליין טאָן וועגן דעם. מיר קענען טאָן תשובה הונדערט מאָל, גיין אין מקוה יעדן טאָג, און זאָגן תחנון ביז מיר קענען נישט אָטעמען מער, און עס וואָלט אויך נישט גענוג געווען צו רייניגען און אויסלייטערן אונדזער נשמה פֿאַר דעם רבונו של עולם.
דער רבונו של עולם איז דאך אַ בעל הרחמים. ער וואָלט אונדז נישט איבער געלאָזט אין אַזאַ צושטאַנד אַליין אַזויפֿיל יאָר מיט אומרייניקייט טומאה אָן כפּרה. אָבער דאך עס איז נישט דאָ קיין בית המקדש, "וַאֲנַֽחְנוּ לֹא נֵדַע מַה נַּעֲשֶׂה." ער וועט נישט איגנאָרירען זײַנע קינדער ווען זיי בעטן, "וְהַצִּילֵֽנוּ וְכַפֵּר עַל חַטֹּאתֵֽינוּ לְמַֽעַן שְׁמֶֽךָ."
עס איז נישט לאָגיש אַז דער רבונו של עולם האָט אונדז איבער געלאָזט אָן קיין שום וועג באמת צו ווערן ריין (טהור)? גלייך נאָך דעם וואָס דער בית המקדש איז געפֿאַלן כדי אונדזערע עלטערן זאָלן נישט בלייבן אָן סליחה וכפּרה.
ישוע, וואָס האָט געשפּאַנט איבער ארץ ישראל פֿערציק יאָר פֿאַר דעם חרבן ווערט געשריבן אַז ער האָט געזאָגט פֿאַר די מענטשן אַז ער האָט זיי פֿאַרגעבן זייערע זינד. ווי אַזוי קען דאָס זײַן? אַ געוויינטלעכער מענטש האָט דאַן רעכט צו זאָגן אַזאַ זאַך!
אָבער די שאלה איז: איז ער געווען אַ געוויינטלעכער מענטש?
ער איז געווען דער איינער וואָס האָט מקיים געווען די נבואה וואָס איז געווען געשריבן אין דעם תנ"ך פֿאַראויס וועגן משיח, וועלכער איז געווען אָן זינד און וועלכער איז געשיקט געווען פֿון דעם אויבישטער צו זײַן אונדזער כפּרה, דאַן וועט ער אויפֿשטיין פֿון די טויטע (תחיית המתים) אין (נצחון) איבער קומען זינד און טויט. ער איז דער משיח! ווי ישעיה הנביא האָט וועגן אים געשריבן אין פּרק נג' פּסוקים ד'-ו':
אָכֵן חֳלָיֵנוּ הוּא נָשָׂא וּמַכְאֹבֵינוּ סְבָלָם וַֽאֲנַחְנוּ חֲשַׁבְנֻהוּ נָגוּעַ מֻכֵּה אֱלֹהים וּמְעֻנֶּֽה: וְהוּא מְחֹלָל מִפְּשָׁעֵנוּ מְדֻכָּא מֵֽעֲוֹֽנֹתֵינוּ מוּסַר שְׁלוֹמֵנוּ עָלָיו וּבַֽחֲבֻֽרָתוֹ נִרְפָּא־לָֽנוּ: כֻּלָּנוּ כַּצֹּאן תָּעִינוּ אִישׁ לְדַרְכּוֹ פָּנִינוּ וַֽה' הִפְגִּיעַ בּוֹ אֵת עֲוֹן כֻּלָּֽנוּ:
מיר טאָרן נישט דערלויבן אונדזער שטאָלץ זאָל אונדז פֿאַרהיטן פֿון באַטראַכטן די ווערטער ווײַל מיר דאַרפֿן די (סליחה וכפּרה) פֿאַרגעבן וואָס הקב"ה האָט אונדז געגעבן. ישוע דער משיח פֿון די יידן, רופֿט אונדז אַז מיר זאָלן האָבן צוטרוי אין אים אַז ער וועט אונדז מוחל זײַן אונדזערע זינד און רייניקן אונדזערע נשמות. בעט דעם אויבישטער ער זאָל עפֿענען אײַערע אויגן און ווײַזן דעם אמתען וועג פֿון סליחה וכפּרה און דעם משיח, ווײַל דער אויבישטער הערט אַלע תפילות און געבעט, און ער וועט אייך ענטפֿערן. בעט אים ער זאָל אייך ווייזן אויך אויב ישוע קען אפשר זײַן דער משיח, און האָט נישט קיין מורא צו הערן און גלויבן זײַן ענטפֿער, וואָס נאָר עס זאָל נאָר זײַן.
|