קומט לאָמיר לערנען צוזאַמען וועגן די טעג פֿון משיח

טעג פון משיח אין ישעיה הנביא! (יידיש)

 
הנה ישכיל עבדי המשיח
זע, באַגליקן וועט מיין קנעכט,
ער וועט דערהייכט אוּן דערהויבן ווערן אוּן זיין זייער הויך:
אַזוי ווי פֿיל האָבן געגאַפֿט אויף דיר-
אַזוי פֿאַרקריפּלט, ניט פֿוּן אַ מענטעשׁן איז געווען זיין אויסזען,
אוּן זײַן געשטאַלט ניט פֿוּן מענטשנקינדער -
אזוי וועט ער מאַכן אויפֿשפרינגען פֿיל פֿעלקער,
מלכים וועלן צוּמאַכן זייער מויל פֿאַר אים.
וואָרום וואָס זיי איז ניט דערציילט געוואָרן,
וועלן זיי זען,
אוּן וואָס זיי האָבן ניט געהערט,
וועלן זיי אָנקוּקן:
ווער וואָלט געגלויבט אוּנדזער הערוּנג?
אוּן דער אָרעם פֿוּן ג-ט האָט זיך אויף וועמען אַנטפּלעקט?
וואָרום ער איז אויפֿגעגאַנגען ווי אַ שפּראָץ גלייך אַרויף,
אוּן ווי אַ וואָרצל פֿוּן טרוּקענער ערד;
ער האָט קיין געשטאַלט ניט געהאַט אוּן קיין שיינקייט,
אַז מיר זאָלן אים אָנקוּקן,
אוּן קיין אויסזען,
אַז מיר זאָלן אים גלוּסטן:
ער איז געווען פֿאַראַכט, אוּן אויסגעמיטן פֿוּן מענטשן,
אַ מענטש מיט וויטאָקן אוּן צוּ קראַנקשאַפֿט געוווֹינט,
אוּן ווי איינער וואָס מע פֿאַרבאָרגט דעם פּנים פֿוּן אים;
פֿאַראַכט, אוּן מיר האָבן אים גערעכנט פֿאַר גאָרנישט:
אָבער דאָס האָט ער אוּנדזער קראַנקשאַפֿט געליטן,
אוּן אוּנדזערע ווייטאָקן, זיי האָט ער געטראָגן,
בעת מיר האָבן אים גערענכנט פֿאַר אַ געפּלאָגטן,
פֿאַר אַ געשלאָגענעם פֿוּן ג-ט אוּן געפּיינעקטן:
אוּן ער איז פֿאַרוווֹנדט געווען איבער אוּנדזערע פֿאַרברעכן,
צעדריקט איבער אוּנדזערע זינד:
די אָפּקוּמעניש פֿאַר אוּנדזער גליק איז געווען אויף אים,
אוּן דוּרך זײַנע ביילן זײַנען מיר געהיילט געוואָרן:
מיר אַלע האָבן ווי שאָף געבלאָנדזשעט,
איטלאַכער צוּ זיין וועג זיך געקערט.
אוּן ג-ט האָט אויסגעלאָזט אויף אים
די זינד פֿוּן אוּנדז אַלעמען:
ער איז געדריקט געוואָרן,
אָבער ער האָט זיך געבויגן,
אוּן פֿלעגט זײַן מויל ניט עפענען,
ווי אַ לאַם וואָס ווערט צוּ דער שחיטה געפֿירט,
אוּן ווי אַ שעפס וואָס איז שטוּם פֿאַר אירע שערער;
יאָ, ער פֿלעגט זיין מויל ניט עפֿענען:
דוּרן דריקוּנג אוּן דוּרך שטראָף איז ער אַוועקגענוּמען געוואָרן,
אוּן מיט זײַן דוֹד ווער האָט אַיינגעטענהט?
וואָרום ער איז פֿאַרשניטן געוואָרן פֿוּן לאַנד פֿוּן די לעבעדיקע,
פֿאַר דעם פֿאַרברעך פֿוּן מיין פֿאָלק
וואָס די פּלאָג האָט זיי געקוּמט:
אוּן מע האָט געמאַכט מיט רשעים זײַן קבר,
אוּן מיטן תַקיף זײַן בערגל,
הגם ער האָט קיין אוּמרעכט ניט געטאָן,
אוּן קיין באַטרוּג איז ניט געווען אין זײַן מויל:
אָבער ג-ט האָט אים געוואָלט צעדריקן מיט קראַנקשאַפֿט,
צו זען אויב זײַן זעל וועט ער זיך מאַכן פֿאַר אַ קרבן;
כּדי ער זאָל זען זאָמען, דערלענגערן זײַנע טעג,
אוּן דער רצון פֿוּן ג-ט דוּרך זײַן האַנט זאָל געלינגען:
מאַטערניש פֿוּן זײַן זעל וועט ער זיך אָנזען צוּ זאַט;
מיט זײַן דערקענוּנג וועט מיין קנעכט דער גערעכטער
גערעכט מאַכן פֿיל,
אוּן זייערע זינד וועט ער טראָגן:
דרוּם וועל איך אים אַיינטיילן צווישן די גרויסע,
אוּן מיט מאַכטיקע וועט ער טיילן רויב.
דערפֿאַר וואָס ער האָט אַנטבלייזט צוּם טויט זײַן זעל,
אוּן איז מיט פֿאַרברעכער געציילט געוואָרן,
בעט דעם חטא פֿוּן פֿיל האָט ער געטראָגן,
אוּן פֿלעגט פֿאַר פֿאַרברעכער זיך אַיינשטעלן:
 
 
 
(פֿון ספר ישעיה הנביא פּרק נב' פּסוק יג- פּרק נג')