אַן ערשטוינענדע יום-כפּור תפילה
אין מחזור- מוסף ליום כפּור- איז פֿאַראַן פֿאָלגענדע תפילה:
פּנה מנו משיח צדקנו
פּלצנו ואין מי לצדקנו,
עונותינו ועול פּשעינו
עומם והוא מחולל מפּשעינו.
סובל על שכם חטאתינו
סליחה מצוא לעונותינו.
נרפּא לנו בחורתו.
נצח בריה חדשה על לבראתו.
מחוג העלהו
משעיר הדלהו
להשמיענו בהר הלבנון
שנית ביד ינון.
["דער משיח- אונדז גערעכטיגקייט- האָט זיך פֿון אונדז אַוועקגעקערט (דאָס מיינט אַז ער איז שוין אַמאָל דאָ געווען, נאָר ער האָט זיך אַוועקגעקערט, אַוועק פֿון אונדז...) מיר זײַנען דערשראָקן און מיר האָבן ניט ווער ס'זאַל אונדז גערעכט מאַכן. אונדזערע זינד און דעם יאָך פֿון אונדזערע פֿאַרברעכענס האָט ער געטראָגן. און ער איז פֿאַרוואונדעט געוואָרן פֿאַר אונדזערע פֿאַרברעכענס. ס'איז אָנגעלאָדן אויף זײַן אַקסעל אונדזערע זינד. צו געפֿינען פֿאַרגעבונג פֿאַר אונדזערע עבירות. שטאַרקער ג-ט, זאָל שוין קומען אַ צייט אים אויפֿ'ס ניי צו באַשאַפֿען. פֿון דעם ערד-צירקל ברענג אים אַרויס. פֿון דעם לאַנד שעיר זאָלסט דו אים דערהייבן. צו לאָזען אונדז הערען פֿונ'ס באַרג לבנון צום צוייטען מאָל (אַ פּנים, ער איז שוין איין מאָל דאָ געווען) דורך דעם משיח, וואָס הייסט ינון."]
דער אויסצוג פֿון דעם מחזור איז אין דער גלייכהייט מיט די ווערטער פֿון דעם 35-טען פּרק פֿונ'ם ספר ישעיה. דער פּרוש מטה לוי זאָגט טאַקע אויף די פּסוקים: "עיין ישעיה נ"ג." אויף אין דער מסכת סנהדרין דף צ'ה. עמוד ע'ב, לייענען מיר פֿאַלגענדעם: "מה שם של משיח... דבי ר' ינאי אמרי ינון שמו, שנאמר (תהלים ע'ב) יהי שמו לעולם לפני שמש ינון שמו." ד. ה., וואָס איז דער נאָנען פֿונעם משיח? ר' ינאי זאָגט, אַז זײַן נאָמען איז ינון, אַזוי ווי ס'איז געזאָגט געוואָרן אין תהלים פּרק ע'ב: "זײַן נאָמען זאָל זײַן אויף אייביג, נאָך איידער די זון איז געוועזן איז זײַן נאָמען געווען ינון."
איצט ברענגען מיר שטעלען פֿון דעם זוהר הקדוש, פֿון די מדרשים און די מיינונגען פֿון באַוואוסטע מפרשים, פֿון וועלכע עס איז צו זען, אַז דער 35-טע פּרק פֿון ספֿר ישעיה באַציהט זיך אויף דעם משיח, וואָס איז צעשטויסען און צעשטאָכען געוואָרן.
תרגום אונקלוס זאָגט בפרוש, אַז דער גאַנצע 35-טע פּרק פֿון ספר ישעיה באַציהט זיך אויף דעם משיח, און אויף די ווערטער פֿון דעם 25-טען פּרק פֿון ישעיה: "הנה ישכיל עבדי," זאָגט ער, "הא יסגו עבדי משיחא," דאָס הייסט: זע מיין קנעכט, דער משיח וועט באַגליקן. דאָס זעלבע זאָגט אויך תרדום יונתן.
דער מדרש תמחומא זאָגט אויף די ווערטער פֿון דעם 25-טען פּרק פֿון ישעיה: "הנה ישכיל עבדי ירום ונשא וגבה מאד- זה מלך המשיח, ירום מן אברהם"- ער וועט זײַן העכער פֿון אברהמ'ן, ונשא ממשה- דערהייכט פֿון משה'ן, גבה ממלכי השרת און זעהר הויך פֿון די מלכים. דאָס קען זיך באַציהען אויף דעם אדון, ישוע המשיח, וואָס איז די גרעסטע פּערזענליכקייט פֿון אַלע דורות.
אין מדרש רבה פֿון רבי משה הדרשן לייענען מיר אויף דף 006:
הקב"ה מתחילה כרת ברית עם המשיח ואמר לו: משיח צדקי
הללו שגנוזים אצלך עונותיהם עתידם להכניסך בעול ברזל
ומשנקין את רוחך בעול ועונותיהם של אלו עתיד לשונך להדבק
לחכך רצונך בכך. אמר המשיח לפני הקב"ה בגלית נפשי
ובשמחת לבי אני מקבל עלי ע"מ שלא יאבד אחד מישראל. באותו
הרגע קבל המשיח עליו את כל היסורים באהבה בכתיב נגש והוא
נענה וכו'.
[ג-ט ב"ה האָט פֿון אַנהייב כורת-ברית געווען מיט דעם משיח און האָט געזאָגט צו אים: "משיח, מיין גערעכטיגקייט, די וועלכע זײַנען באַהאַלטען מיט דיר, זייערע זינד וועלען פֿאַראורזאַכן, אַז דו זאָלסט אַריינגעבראַכט ווערען אין אַן אייזערנעם יאָך און זיי וועלען דערשטיקען דיין גייסט אונטער דעם יאָך, און זייערע זינד, וואַס זײַנען פֿאַר דיר אָנגעגרייט, וועלען באַהעפֿטן דיין צונג צו דיין נוימען. ביסט דו איינוויליג?" האָט דער משיח געזאָגט בעפֿאָר הקב"ה: "מיט פֿאַרגעניגען אין מיין זעעל און מיט פֿרייד אין מיין האַרצען טו איך דאָס נעהנען אויף זיך מיט'ן תנאי, אַז אַפֿילו ניט איינער פֿון ישׂראל זאָל פֿאַרלוירען געהן." תיכף האָט דער משיח גענומען אויף זיך אַלע יסורים מיט ליבע, אַזוי ווי עס שטעהט געשריבן: "ער איז געפּלאַגט געוואָרן און איז געפּייגעוואָרן." (ישעיה נג',ז') ]
אין זוהר הקדוש לייענען מיר פֿאָלגענדעם:
בגנתא דעדן אית היכלא חדא דאקרי היכלא דהני מרעין כדין משיח עאל בההוא היכלא וקארי כל מרעין כל כאבין כל יסוריהן דישראל ייתון. וכלהו אציין עליה. ואלמלא דאיהו אקיל מעליהו דישראל ונטל עליה לא הוי בר נש דיכיל למסבל יסוריהן ישראל על עונשי דאורייתא הה"ד אכן חלינו הוא נשא וגו'.
[אין גן-עדן עקזיסטירט אַ באַזונדערער פּאַלאַיז, וועלכער ווערט גערופֿן, "דער פּאַלאַיז פֿון קראַנקע," און דער משיח גייט אַריין אין דיזן פּאַלאַיז און שרייט אויס: "אַלע קראַנקהייטן, אַלע צרות און אַלע יסורים פֿון ישראל זאָלהערצו איינזאַמלען!" און אַלע גיסען זיך צוזאַמען צו אים. און ווען ער וואָלט ניט פֿאַרלייכטערט ישׂראל'ס משא און וואָלט זי ניט אָנגעלאָדן אויף זיך, וואָלט קיין איינער ניט געקענט איבערטראָגן די שרעקליכע יסורים, וועלכע זײַנען פֿאָראויס באַשטינט געוואָרן אין די כתבי הקדוש, אַזוי ס'איז געזאָגט געוואָרן: "באמת ער האָט אונדזערע קראַנקהייטן געטראָגן."] א. א. וו. ישעיה נג',ד' (פּירוש על ספר שמות דף צה' עמוד 3).
אין ספרי דבי רב געפֿינען מיר:
אמר ר' יוסי הגלילי צא ולמד זכות מלך המשיח המצטער בעד הפּושעים שנאמר והוא מחולל מפּעינו. על אחת כמה וכמה שיזכה לכל הדורות כלן הוא דכתיב וד' בו את עון כלנו.
[זאָגט ר' יוסי הגלילי, פּאָרש און אונטערזוך דעם זכות פֿונ'ם מלך המשיח, וועלכער האָט זיך מצער געווען פֿאַר די זינדיגע, אַזוי ווי עס איז געזאָגט געוואָרן אין ישעיה נג',ה': "און ער איז פֿאַרוואונדעט געוואָרן פֿאַר אונדזערע זינד," מכל שכן אוודאי און אוודאי באַציט זיך דיזער זכות אויף אַלע דורות, אַזוי ווי עס שטעט געשריבן: "און ג-ט האָט אין אים באַגעגענט די זינד פֿון אונדז אַלע." ישעיה נג':6] (פּירוש על ספר ישעיה).
פֿון די פֿאָרגעבראַכטע שטעלען זען מיר אַז באַוואויסטע תלמידי חכמים זײַנען איינשטימיג, אַז דאָס 35-טע פּרק פֿון ישעיה הנביא באַציהט זיך אויפֿ'ן משיח, וואָס איז צעשטויסען געוואָרן פֿאַר די זינד פֿון דער וועלט.
פֿאַר וואָס איז אין די הפֿטורה, וואָס מ'לייענט יעדען שבת נאָך קריאת התורה, אַרויסגעלאָזט געוואָרן דעם וואונדערבאַרען 35-טע פּרק פֿון ישעיה? דער ענטפֿער איז, אַז די שונאים האָבן מורא געהאָט, אַז יידן וועלען פֿון דעם פּרק ענטדעקען, אַז ישוע איז דער אמתער משיח, ווײַל דער גאַנצער פּרק איז אַ פֿאַרבילד פֿונ'ם לעבען, טויט, און תחית-המתים פֿון ישוע המשיח. דעסטוועגען, כאָטש די שונאים של משיח האָבן פּראָבירט, ווי ווייט מעגליך, צו פֿאַרביינגען דעם 35-טע פּרק, זײַנען דאָך פֿיעלע יידן געוואָרן נאָכפֿאָלגער פֿון ישוע המשיח דורכ'ן לייענען פֿון דעם וואונדערבאַרען פּרק דורך אַנדערע דעלעגנהייטען, וועלכעם פּרק איז איינע פֿון פֿיעלע שטעלען אין די כתבי הקדוש וואָס צייגען אָן אויף ישוע'ן אַלס דער משיח אמת.
דאָאיז איין ביישפּיל:
די מערקווירדיגע ערפֿאַרונג פֿון אַן עטיאָפּישען שאַין-מייסטער
"און אַ מלאך פֿון ג-ט האָט גערעדט צו פֿיליפּוסן, אַזוי צו זאָגן: שטיי אויף, און גיי קעגן דָרום אויף דעם וועג, וואָס נידערט אַראָפּ פֿון ירושלים קיין אַזה. דאָס איז אַ מִדבר וועג. און ער איז אויפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען. און זע, אַ מענטש פֿון כּוש, אַ סָריס פֿון גרויס מאַכט ביי קאַנדאַקע, די מלכּה פֿון די כּושים, וואָס איז געווען געזעצט איבער אַלע אירע אוֹצרות, איז געקומען קיין ירושלים צו בוקן זיך. און ער האָט זיך שוין אומגעקערט, און איז געזעסן אין זײַן רײַחטוואָגן, און געלייענט ישעיה הנביא. און דער רוּחַ-הקוֹדש האָט געזאָגט צו פֿיליפּוסן: גענעען, און באַהעפֿט דיך אַן זײַן רײַטוואָגן. און פֿיליפּוס איז צו אים צוגעלאָפֿן, און האָט אים געהערט לייענען ישעיה הנביא, און האָט געזאָגט: פֿאַרשטייסטו וואָס דו לייענסט? האָט ער געזאָגט: וויאַזוי קען איך פֿאַרשטיין, סיידן עמיצער זאָל מיר אָנווײַזן. און ער האָט געבעטן פֿיליפּוסן אַרויפֿצוקומען און זיך זעצן מיט אים. און דאַס איז געווען דער פּסוק, וואָס ער האָט דעלייענט אין דעם ספר:
ער איז געפֿירט געוואָרן ווי אַ שאַף צום שעכטן, און ווי אַ לאַם
פֿאַר זײַנע שערער איז שטום, אַזוי האָט ער ניט געעפֿענט זײַן מויל.
אין זײַן דערנידעריקונג איז אַוועקגענומען וואָרן זײַן מִשפּט.
און ווער קען אויסדערציילן זײַן דוֹר? וואָרים זײַן לעבם איז
פֿאַרשניטן געוואָרן פֿון דער ערד.
"און דער סָריס האָט געזאָגט צו פֿיליפּוסן: איך בעט דיך, פֿון וועמען רעדט דאָס דער נביא? פֿון זיך אַליין, אָדער פֿון עמיצן אַנדערש? און פֿיליפּוס האָט געעפֿנט זײַן מויל, און האָט אָנגעהויבן פֿון דעם דאָזיקן פּסוק, און האָט פֿאַר אים מבַשר געווען די גוטע בשׂוּרה פֿון ישוען. און ווי זיי זײַנען אַזוי געפֿאָרן אויף דעם וועג, זײַנען זיי געקומען צו אַ וואַסער, און דער סָריס האָט געזאָגט: זע, דאָ איז וואַסער. וואָס טוּט מיך אַפּהאַלטן געטוּבלט צו ווערן? און פֿיליפּוס האָט געזאָגט: אויב דו גלויבסט מיט דיין גאַנצן האַרצן, מעגסטו. און ער האָט געענטפֿערט: איך גלויב, אַז ישוע המשיח איז דער בן-אלוקים. און ער האָט אים געטויבלט. און בעת זיי זײַנען ארויסגעקונען פֿון דעם וואַסער, האָט דער רוח-הקודש אַוועקגענומען פֿיליפּוּסן. און דער סריס האָט אים מער ניט געזען, און ער איז געגאַנגען אויף זײַן וועג און האָט זיך געפֿרייט."
(די מעשים פֿון די שליחים ח', כו'-לט')
אַנדערע ביישפּילען, אַז ישוע איז דער משיח, לויט די כתבי-הקןדש, קען מען געפֿינען אין פֿיעלע שטעלען פֿון ג-ט'ס וואָרט. און אַז ישוע איז דער אמתער משיח פֿון דער נבואה, איז זיכער פֿון פֿאָלגענדע דריי שטעלעס:
די העכסטע פּראָבע- די נביאות דערפֿילט בוכשטאַבליך
"און די, וואָס האָבן גענומען ישוען, האָבן אים אַוועקגעפֿירט צו קַיפָא, דעם כֹהן-גדוֹל, וווּ די סופרים און זקֵנים זײַנען געווען פֿאַרזאַמלט. און פּעטרוּס איז אים נאָכגעגאַנגען פֿון דער ווײַטנס, ביזן הויף פֿון כֹהן-גדוֹל, און ער איז אַריינגעגאַנגען און האָט זיך געזעצט מיט די באַדינער, צו זען וואָס דער סוף וועט זײַן. און די ראשי-כהנים און דער גאַנצער סַנהֶדרין האָבן געזוכט פֿאַלשע עֵדות קעגן ישוען, כּדי אים צו קענען טייטן. און זיי האָבן ניט געפֿונען, כאָטש אַ סך פֿאַלשע עֵדות זײַנען געקומען צו גיין. צום סוף זײַנען געקומען צוויי, און האָבן געזאָגט: דער דאָזיקער האָט געזאָגט: איך בין ביכולת אײַנצואוואַרפֿן דעם בית המקדש און אים אויפֿבויען אין דריי טעג. און דער כהן-גדול איז אויפֿגעשטאַנען און האָט צו אים געזאָגט: דו ענטפֿערסט גאָרניט? וואָס באַטיט זייער עדות זאָגן קעגן דיר? אָבער ישוע האָט געשוויגן. און דער כהן-גדול האָט צו אים געזאָגט: איך באַשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג-ט, אַז די זאָלסט אונדז זאָגן, צי דו ביסט דער משיח, דער בן-אלוקים. האָט ישוע צו אים געזאָגט: דו האָסט עס געזאָגט. און איך זאָג אייך, אַז פֿון איצט אָן וועט איר זען דעם בן-אדם זיצן ביי דער רעכטער האַנט פֿון דער גבורה, און קומען אויף די וואָלקנס פֿון הימל. דעמאָלט האָט דער כהן-גדול צעריסן זײַנע בגדים, און געזאָגט: ער האָט געלעסטערט. צו וואָס דאַרפֿן מיר נאָך עדות? אָט האָט איר אַליין געהערט די לעסטערונג. וואָס איז אייער דֵעה? און זיי האָבן געענטפֿערט: ער איז חייב מִיתה! דעמאָלט האָבן זיי אים אָנגעשפּיגן אין פּנים, און אים געשלאָגן מיט די פֿויסטן, און אַנדערע האָבן אים געפּאַטשט און געזאָגט: זאָג נביאות. דו משיח! ווער איז עס, וואָס האָט דיך געשלאָגן?"
(מתיא כו', נז'-סח').
"דערנאָך האָבן די זעלנער פֿון דעם פּראָקוּראַטאָר גענומען ישוען אין פּרעטוֹריוּם אַריין, און האָבן פֿאַרזאַמלט אַרום אים די גאַנצע קוהורטע. און זיי האָבן אים אויסגעטאָן, און אַרויפֿגעלייגט אויף אים אַ פּוּרפֿוּר מאַנטל און האָבן אויסגעפֿלאָכטן אַ קרוין פֿון דערנער, און זי אַרויפֿגעזעצט אויף זײַן קאָפּ, און האָבן אים געגעבן אַ רוּט אין זײַן רעכטער האַנט. און זיי האָבן פֿאַר אים געקניט און פֿון אים אָפּגעשפּעט און געזאָגט: שלום דיר, יידישער מלך! און זיי האָבן אויף אים געשפּיגן און גענומען די רוּט און האָבן אים געשלאָגן איבערן קאָפּ. און נאָכדעם ווי זיי האָבן פֿון אים אָפּגעשפּעט, האָבן מַלבּוּשים און האָבן אים אַוועקגעפֿירט געקרייציקט צו ווערן.
און ווי זיי זײַנען אַרויסגעקומען, האָבן זיי אַנגעטראָפֿן אַ מענטש פֿון קוּריני, מיטן נאָמען שמעון. אים האָבן זיי גענייט צו טראָגן זײַן קרייץ. און אַז זיי זײַנען געקומען צו דעם פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן גָלגָלתָּא, דאָס מיינט: דער שאַרבן-פּלאַץ, האָבן זיי אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאַל. און אַז ער האָט דאָס פֿאַרזוּכט, האָט ער עס ניט געוואָלט טרינקן. און נאָכדעם ווי זיי האָבן אים געקרייציקט, האָבן זיי צוויישן זיך צעטיילט זײַנע מַלבוּשים, וואָרפֿנדיק גוֹרל. דערנאָך האָבן זיי זיך אַנידערגעזעצט און האָבן אים געהיטן. און איבער זײַן קאָפּ האָבן זיי געזעצט די געשריבענע באַשולדיקונג קעגן אים: דאָס איז ישוע, דער מלך פֿון די יידן."
(מתיא כז', כז'-לז')
"און פֿון דער זעקסטער שָעה אָן איז געווען אַ פֿינצטערניש איבער דעם גאַנצן לאַנד, ביז דער ניינטער שָעה. און אַרום דער ניינטער שָעה האָט ישוע געשריגן מיט אַ הויך קול: קאֵלי, קֵאלי, למה שבַקְתָּנִי? דאָס מיינט: מײַן ג-ט, מײַן ג-ט, פֿאַר וואָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן? און עטלעכע פֿון די וואָס זײַנען דערביי געשטאַנען און האָבן עס געהערט האָבן געזאָגט: ער רופֿט אֵליָהוּן. און איינער פֿון זיי איז תֵיכּף געלאָפֿן און האָט גענומען אַ שוואָם און האָט אים אָנגעפֿילט מיט עסיק און אים אַרויפֿגעטאָן אויף אַ שטעקן און האָט אים געגעבן צו טריקען. אָבער די איבעריקע האָבן געזאָגט: וואַרט, לאָמיר זען, צי אֵלִיָהוּ וועט קומען אים מַציל זײַן. און ישוע האָט נאָכאַמאָל געשריגן מיט אַ הויך קול. און האָט אויסגעהויכט זײַן נשמה.
"און אָט האָט זיך דאָס פָּרוֹכֶת פֿון דעם בית-המקדש צעריסן אין צווייען, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. און די ערד האָט געציטערט און די פֿעלזן האָבן זיך געשפּאָלטן. און די קבָרים האָבן זיך געעפֿנט, און אַ סך גוּפֿים פֿון די קדוֹשים וואָס זײַנען אײַנגעשלאָפֿן זײַנען אויפֿגעשטאַנען, און אַרויסקומענדיק פֿון די קבָרים נאָך זײַן תּחִיַת-הַמֵתים, זײַנען זיי אַרײַנגעגאַנגען אין דער הייליקער שטאָט אַריין און האָבן זיך באַוויזן צו אַ סך. און דער קֶנטוּריוֹן און די וואָס האָבן מיט אים געהיטן ישוען בעת זיי האָבן געזען די ערד-ציטערניש און וואָס עס איז געשען, האָבן זיי שטאָרק מוֹרא באַקומען און האָבן געזאָגט: באמת, ער איז געווען דער בן-אלוקים!"
(מתיא כז', מה'-נד')
ליבער לעזער! וועסטו ניט צושטען צום רוימישען אָפֿיציר און מיט תיטערניש און דאָך מיט פֿרייד אויסרופֿן: "ער איז באמת געווען דער בן-אלוקים?" אויב דו וועסט אַמאָל דערגרייכן דעם הימל, אויב דו וועסט אַמאָל שטען גערעכטפֿערטיגט אין דער אָנוועזעהייט פֿון אַ הייליגן ג-ט און דערהאַלטן אייביגעס לעבן. וועט עס זײַן נאָר, ווײַל דו האָסט געגלויבט באמונה שלמה אַז ישוע המשיח איז דער בן-אלוקים.
|